Back

ⓘ יד לאחים




                                               

וויקיפּעדיע:אלע נייעס/תשס"ו/אלול

נטורי קרתא אין איינער פון די פאנאנציעלע שטיצער פון נטרונא טרעפט זיך מיט איראנער פרעזידענט אונטער דעם נאמען זשוס אגענסט זייאניזם. ווי ער חזרט איבער אז די האלאקאויסט איז א פאבראצירטער פראפגענדא ליגענט פון די ציונים. און ווי זיי הערן פערזענליכע פארשפרענוג אז דער ענדע פון די ציוניסטישער מדינת ישראל איז זייער נאנט.

                                     

ⓘ יד לאחים

יד לְאַחִים-פעילים איז א חרדישע ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אן צו באקעמפן קריסטלעכע מיסיאנערן און אנדערע וואס ווילן שמדן יידן, אזוי אויך שיצן אידישע פרויען פון אריינפאלן מיט אראבישע מענער.

יד לאחים איז געגרינדעט געווארן אין תש"י דורך שלום דוב ליפשיץ, וואס איז דעמאלסט געווען א בחור.

דער ערשטער רב פון יד לאחים איז געווען הרב יעקב לאנדא, שטאטס רב פון בני ברק.

                                     

1. געשיכטע

יד לאחים האט אנגעהויבן אין תש״י מיט פארשפרייטן אידישקייט און תודה צווישן די תימנישע אידן און אנדערע וואס זענען ארויפגעקומען קיין ישראל פון אראבישע מדינות.

יד לאחים קריגט זיך קעגן מיסיאנערישע ארגאניזאצעיס און לויט די ציפערן פון יד לאחים געפינען זיך היינט אין ארץ ישראל בערך 100 מיסיאנעריש גרופעס און ארגאניזאציעס וועלכע שפענדן צוזאמען מיליאנען דאלארן א יאר צווישן משפחות וועלכע געפינען זיך אין פינאנציעלע אדער גייסטישע קלעם.

יד לאחים פארמאגט צענדליגער ארבייטער און הונדערטער וואלאנטירן, צווישן זיי געפינען זיך אויך אזעלכע וואס זענען געווען א חלק פון מיסיאנערישע גרופעס און ארגאניזאציעס און יד לאחים האט זיי געהאלפן תשובה טון.

זיי ראטעווען ארויס קליינע קינדער אדער פרויען וואס זענען פארכאפט אין אראבישע דערפער נאכדעם וואס זיי האבן חתונה געהאט מיט אראבער, אפט מאל זענען די פרויען געפאנגען אין דארף אונטערן מאןס רשות.

אין יאר תשע"א איז רבי שלום דוב ליפשיץ אוועק און זיין זון רבי ישראל לייב - וועלכער האט ביז דאן געדינט אלס סגן יו"ר - האט איבערגענומען די פירערשאפט.