Back

ⓘ היסטאריע פון די יידן




                                               

הויפט זייט/ח אב

התש"ב - האט אנגעהויבן דאס ארויסטרייבן יידן פון דער ווארשאווער געטא צום טרעבלינקע טויט לאגער התרנ"ח - נפטר געווארן רבי שמחה זיסל זיוו, דער "אלטער פון קעלם" דער אכטער פון די ניין טעג

                                               

הויפט זייט/א כסלו

התס"ד – נפטר געווארן רבי יוסף משה פון קראקע, מחבר פון "מסורת הש"ס" התרנ"ג – נפטר געווארן רבי חיים נתן דעמביצער פון קראקע, מחבר פון "כלילת יופי" התר"ד – געבורטסטאג פון הרב דוד צבי האפמאן, פון די פירערס פון ארטאדאקסישע יידן אין דייטשלאנד השי"ט – נפטר געווארן רבי שלום שכנא פון לובלין, רב פון לובלין און רבי פונעם מהרש"ל און רמ"א

היסטאריע פון די יידן
                                     

ⓘ היסטאריע פון די יידן

אין יאר גר"ה האט זיך געענדיגט דער מלכות ישראל, נאכדעם וואס די צען שבטים זענען פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל דורך אשור. און אין גשל"ח איז חרוב געווארן ירושלים צוזאמען מיטן ערשטן בית המקדש דורך בבל, און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער מלכות יהודה. זיבעציג יאר שפעטער האט זיך דאס מערהייט פון שבט יהודה, מיט א מינאריטעט פון עטליכע אנדערע שבטים, צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט עזרא הסופר, און זיי האבן אויפגעבויט דעם צווייטן בית המקדש וואס איז חרוב געווארן פיר הונדערט און צוואנציג יאר שפעטער דורך די רוימער.

נאכדעם וואס מלכות ישראל איז פארטריבן געווארן, האט מען אנגעהויבן רופן דאס פאלק, יהודיים, וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין אידיש אלס ייד, יוד אדער איד, אויפן נאמען פון יהודה, וויבאלד זיי זענען פארבליבן די מערהייט אין ארץ ישראל, און זיי האבן זיך אומגעקערט פון גלות בבל קיין ארץ ישראל. כאטש עס זענען אויך געווען טיילן פון אנדערע שבטים, איז אבער יהודה פארבליבן אלס דער מערהייט און מערסט אנגעזעענע שבט. אויך זענען זיי נאך גלייך ביים אנהויב פון די אנטוויקלונג פון כלל ישראל געווען אנערקענט אלס דער פירענדע און צענטראלע שבט, דערפאר פאררופט זיך כלל ישראל אויף זיין נאמען. מען טרעפט שוין אז זיי ווערן אזוי אנגערופן אין ספר דניאל, גוברין יהודאין, און אויך אין מגילת אסתר, יהודיים און מרדכי היהודי כאטש זיין אפשטאם איז פון שבט בנימין.