Back

ⓘ תל אביבער אוניווערסיטעט




תל אביבער אוניווערסיטעט
                                     

ⓘ תל אביבער אוניווערסיטעט

דער תל אביבער אוניווערסיטעט איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישראל. אין 1994 האבן דארט שטודירט 29 טויזנט סטודענטן. ער איז געגרינדעט געווארן דעם 6טן יוני 1956.

אין תל-אביב אוניווערסיטעט איז טעטיק די פאלגנדערע ניין פאקולטעטן:

  • יוריספרודענץ
  • גייסט וויסנשאפטן
  • נאטור-וויסנשאפטן
  • אדמיניסטראציע
  • סאציאלע-וויסנשאפטן
  • קונסט
  • פינקטלעכע וויסנשאפטן
  • אינזשעניריע
  • מעדיצין

דער קאמפוס פונעם אוניווערסיטעט געפינט זיך אין רמת אביב אין צפון תל אביב.

                                     

1. באקאנטע תלמידים

  • מאני מאשאנאוו, אקטיאר און קאמיקער
  • אלוף בן, הויפט רעדאקטאר פון "הארץ"
  • ארי פאלמאן, פילם-מאכער, רעזשיסאר פון "וואלס מיט באשיר"
  • אתגר קרת, שרייבער
  • בעני גאנץ, כנסת דעפוטאט און געוועזן דער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל
  • איילת שקד, געוועזן די יוסטיץ מיניסטערין פון ישראל
  • אילן רמון 1954 - 2003, ערשטער ישראלדיקער אסטראנויט
  • טל פרידמאן, קאמיקער, אקטיאר און מוזיקער
  • רון חולדאי, איצטיקער בירגערמייסטער פון תל אביב
  • חיים רמון, געוועזן דער געזונטהייט און יוסטיץ מיניסטער פון ישראל
  • נתן יונתן 1923 - 2004, דיכטער
  • אריאל שרון 1928 - 2014, געוועזן פרעמיער מיניסטער פון ישראל
  • שמשון בראקמאן, אלימפישער מאטראס
  • יצחק מרדכי, געוועזן דער זיכערהייטס און טראנספארטאציע מיניסטער פון ישראל
  • גלעד צוקערמאן, לינגוויסט, שפראכן-אויפלעבער, מומחה אויף דער יידישער און העברעישער שפראך, קולטור און אידענטיטעט
  • אריה אלדד, געוועזן א כנסת דעפוטאט