Back

ⓘ אינפארמאציע




                                               

פראצעס

צו מיינט איר א פראצעס ווי אין א געריכט ליכע פראצעדור? פראצעס פון א לאטייניש ווארט אויף באוועגן איז דער נאטורליכע געשענישען אדער דעזעגנירטע סעריע פון טוישונגען פון אייגנשאפטן פון א סיסטעם\אביעקט. מער פונקטליך, און פון די מערסטע אלגעמיינער סיסטעמאטישער פערספעקטיוו, טוט יעדער פראצעס פארטרעטען אויף א געוויסער מהלך אדער א טייל פון א מהלך אינעם סיסטעםס פאזע אפטיילונגן. יעדע מעסטן איז א פראצעס. די פראצעס פון מעסטן איז די פאנדעמענטאלער קאנצעפט פון פיזיקס, און די פראקטעצירונג פון יעדע פעלד פון סייענס און ענזשענירונג. פאר די אויבנדערמאנטער ציל אריענטירטער סברה, פון די אינדאסטריאלער מענעזשמענט קוק וו ...

                                               

AP

די Associated Press איז דער וועלטס גרעסטע נייעס אגענטור צושטעלנדיג נייעס פאר זשורנאַלן און צייטונגען און װעבזײטן. איבער דער וועלט פאַרמאָגט זי אין יעדע פארשטיפטע ווינקל אן אגענט. מווערט א מיטגליד און מקען נוצן זײערע נײעס באַריכטן. ביי 2005 האלט עס ביי 1.700 צייטונגען און 5.000 טעלעוויזיע, ראדיא סטאנציעס וואס באנוצן זיך מיט AP זי האט 10 מיליאן בילדער און 242 ביוראס און שטעלט צו אינפארמאציע צו 121 לענדער,

                                               

תורה ארכיוו

היברובוקס hebrewbooks איז א ווירטואלער אוצר הספרים וואס טוט פארמאגן איבער פינף און פופציג טויזט ספרים, אנגעהויבן פון די ערשטע דרוקן ביז צו היינטיגע ספרים, צו וואס יעדער קען דערגרייכן פאר פריי פון אפצאל.

אינפארמאציע
                                     

ⓘ אינפארמאציע

אינפֿאָרמאַציע איז אַ פֿילפֿאַכיגער באַגריף פֿון פאַרשידענע מיינונגען און פארעמעס, װאס באדינט דעם מענטש אויף פארשידענע וועגן און אופנים. פון נאך איז דאס בעיקר פארבינדן צו זאכליכע ענינים ווי וויסנשאפט, אנווייזונגען, מעדיע, א.א.וו.

אינפארמאציע איז א שם הכולל פאר יעדן קוואל אדער אוצר וואס געבט די מעגליכקייט צו פארשטיין זאכן פאר מענטשן.

עס איז דער רעזולטאט פון אויסשטעלן, מאניפולירן און פראצעסירן דאטן אויף אזא אופן וואס געבט צו דעת פאר זייער מקבל. אין אנדערע ווערטער איז דאס דער קאנטעקסט אין וואס דאטן ווערן גענומען.

עס איז שטארק פארבינדן אין טאג טעגלעכן געברויך פון לעבן פאר קאמוניקאציע, קאנטראל, דאטן, דעת, מיינונג, מענטאלע סטימולוס, פעטערען, באגרייפן, און רעפרעזענטאציע.

אסאך רופן די היינטיגע צייטן אלס די אינפארמאציע תקופה צוליב די אינטערנעץ וואס האט פיל פארגרינגערט די אינפארמאציע מעדיום פאר מענטשן.