Back

ⓘ געווער




                                               

ליטאני אקציע

די ליטאני אקציע האט זיך אנגעפאנגען נאך דעם, וואס טעראריסטן זענען געקומען מיט שיפעלעך, פון לבנון, זיי האבן פארכאפט אן אויטאבוס אויפן כביש החוף, דער שאסיי ביים ים, נישט ווייט פון קיסאריה און האבן אים געפירט אין דער ריכטונג פון תל אביב, און האבן געשאסן אויף פארביי פארענדע מאשינען. זיכערהייטס קרעפטן האבן באוויזן אפצושטעלן דעם אויטאבוס אין הרצליה, אבער אין די שיסערייען האט די באס אויפגעריסן אין פלאמען, און 35 ציווילע זענען אומגעקאמען, די גרעסטע טעראר אטאקע וואס ישראל האט דורכגעלעבט. אויף דעם האט מנחם בעגין געשיקט די מיליטער קיין לבנון. אויפן אפעראציע ווי די אינפרעסטראקטור פון די טעראר גרופעס קע ...

געווער
                                     

ⓘ געווער

געווער אדער וואפֿן איז געצייג וואס ווערט באנוצט צווישן מענטש קעגן מענטש, אדער צו פאנגען חיות, און זיך באשיצן פון זיי, אמאל איז געווער בעיקר באשטאנען פון, שטיין. און אויך פון קופער, אייזן, און אנדערע מעטאלענע כלים. ביז ווען מען האט אויסגעפונען אויפרייס פולווער.

די כינעזער האבן דערפינדן שיספולווער אין די אוראלטע צייטן. מיט פולווער האט מען אנגעהויבן צו שאפן ביקסן און פיסטוילן צו כאפן בעלי חיים, אבער אויך צו שיסן אנדערע מענטשן. במשך די יארן האט מען דערפינדן נייע געווער. אין 1884 האט מען דערפינדן דעם מאשינביקס, וואס קען שיסן א סך קוילן גאר גיך.

געווער ווערט איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס.

  • מעכאניזירטע מאשינען וואס טראגן געווער, ווי קריגס עראפלאנען, טאנקען, געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט, שיפן ווי סובמארין, צושטער שיפן.
  • הייס געווער: רעוואלווערן, ביקסן, לייכטע אויטאמאטישע ביקסן. שווערע געווער ווי מארטאר, ארטילעריע, שווערע אויטאמאטישע ביקסן. באמבעס, אויפרייס מאטעריאל, מינעס.
  • קאלט געווער ווי מעסערס, שפיזן, פייל און בויגן.
  • קאנווענציאנאלע געווער
  • נישט קאנווענציאנאלע וואפן: כעמישע וואפן, ביאלאגישע וואפן, יאדערישע וואפן.

געווער איז ווארשיינליך אלט ווי די מענטשהייט, מען טרעפט אין דער תורה, ווי קינדער פון למך האבן געמאכט געווער, און קין איז געהרגט געווארן דורך א פייל און בויגן.

פעציפסטן זען אין געווער, א נעגאטיווע און שלעכטע זאך, מיליטעריסטן האלטן זיך שטאלץ דערמיט, אין ישראל פלעגט די ארמיי מאכן מארשן, זיך צו ווייזן און אויפטון מיט זייער געווער, ביז מען האט עס אפגעשאפן.