Back

ⓘ בית ישראל (געגנט)




                                               

וויזשניץ מאנסי (הויף)

וויזשניץ מאנסי, איז א חסידישער הויף, א צווייג פונעם וויזשניצער. דאס מאנסי וויזשניצער הויף איז געגרינדעט געווארן אין יאר התשל"ב דורך רבי מרדכי האגער, דער צווייטער זון פונעם פערטער וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער. די הויפטקווארטיר פונעם הויף, געפינט זיך אין דעם שטעטל מאנסי, אין ניו יארק. דאס וויזשניצער חסידות פארמאגט עטליכע טויזנטער משפחות, פון זיי הונדערטער וואוינען אויך אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד.

                                               

פעלדהיים

פעלדהיים פארלאג איז געגרינדעט געווארן אין 1939 דורף פיליפ פעלדהיים, א דייטשער ייד וואס איז אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד יענע יאר און האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן הייטס, ניו יארק, אין דעם געגנט פון קהל עדת ישורן, דער בית המדרש וואס הרב יוסף ברויער 1882-1980, אויך א פליט פון דייטשלאנד, האט געגרינדעט. פעלדהיים האט געעפנט א קליינעם ספרים געשעפט אויפן לאוער איסט סייד. זעענדיק אז סאיז פאראן א נאכפרעג פאר יידישער ליטעראטור, האט ער געעפנט א פארלאג מיטן נאמען "פיליפ פעלדהיים אינק."‏ פעלדהיים פארלאג איז געווען דער ערשטער ארויסצוגעבן ספרים מיט פראפעסיאנעלע גראפיק.‏ אויך האט ער פיאנירט פארעפנטלעכן ביאג ...

                                               

וויקיפּעדיע:אלע נייעס/תשס"ו/אב

וויליאמסבורג ר נפתלי שלעזינגער, באקומט מינימאלע תפיסה אורטייל, 15 יאר, פארן פארברענען זיין פאבריק און ארויסשווינדעלן אינשורענס געלטער, שארפע עמאציאנאלער ווערטער אויסטויש צווישן אים און פראסעקיוטער נעכטן ביים אורטייל אין געריכט הויז.

                                               

קרית יטב לב

קרית יטב לב איז א געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק, וואס איז באפעלקערט דורך אידן סאטמארער חסידים. ווילעדזש אוו בלומינגבורג" – די לאקאלע מוניציפאליטעט וואס נעמט היינט אריין קרית יטב לב יע" א – איז אפיציעל געגרינדעט געווארן אין יארע תקצ" ג, ולמספרם 833,’ דאס קומט אויס גענוי הונדערט זעקס און אכציג יאר צוריק. דאס איז געווען אין די גלאררייכע תקופה פון אבותינו ורבותינו הקדושים דער הייליגער ישמח משה זי" ע דער הייליגער דברי חיים זי" ע, דער הייליגער חתם סופר זי" ע, ועוד שרפי מעלה נבג" מ. דער ווילעדזש געפינט זיך אין טאון אוו מאמאקעטינג, וואס געפינט זיך ממש ביים דרום-מזרח עק פון סאליווען קאונטי וואס ג ...

בית ישראל (געגנט)
                                     

ⓘ בית ישראל (געגנט)

בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל.

דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". סאיז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

                                     

1. היסטאריע

דער בית ישראל איז געגרינדעט געווארן אין די 1880ער יארן פאר יידן וואס האבן נישט געקענט צאלן די הויכע פרייזן פאר וואוינונגען אין מאה שערים. אין יענע יארן האט מען געבויט פיר קליינע געגנטן: שערי משה, עיר שלום, נחלת צבי און שערי פינה. אין אנהייב האט דער געגנט געהייסן דער נייער מאה שערים. אין תרמ"ו 1886 האט הרב אריה לייב דיין געקויפט דעם שטח גאנץ ביליג צוליב דעם וואס דער געגנט איז געווען פול מיט וואסער.