Back

ⓘ עזרת תורה




                                               

בית ישראל

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: די בית ישראל דמשק אליעזר ישיבה פון וויזניץ בני ברק בית ישראל, א ספר פונעם חפץ חיים בית ישראל געגנט, ירושלים רבי ישראל אלטער, דער "בית ישראל" פון גער די בית ישראל שול אין עזרת תורה, ירושלים

עזרת תורה
                                     

ⓘ עזרת תורה

עזרת תורה איז א חרדישע געגנט אין ירושלים, צפון־מזרח פון רוממה. די געגנט גרענעצט שיכון חב"ד, גבעת משה, קרית צאנז, סנהדריה, רוממה עילית און תל ארזה.

די געגנט שליסט איין די גאסן: עזרת תורה, אבן האזל, דובב מישרים און עלי הכהן.

                                     

1. היסטאריע

די געגנט האט געגרינדעט הרב אברהם טרעגער, מיט דער ציל צו העלפן לייזן די פראבלעם פון טרעפן דירות פאר חרדישע יונגע פארפאלק אין ירושלים. אין אנהייב האט מען געקלערט אויפשטעלן די געגנט לעבן דער פת געגנט, אבער ענדלעך האט מען באשלאסן צו בויען אויפן וויסטן שטח צווישן רוממה און די פערטלן שיכון חב"ד און תל ארזה. מ׳האט געגעבן דעם נאמען "עזרת תורה" פונעם אנשטאלט "עזרת תורה פון אמעריקע אין ישראל" וואס האט געהאלפן די יונגעלייט פינאנצירן קויפן דירות דארטן.

                                     

2. געמיינדע און אנשטאלטן

אין דער געגנט געפינען זיך פילע געביידעס פון שולן און ישיבות. די צענטראלע שול איז בית ישראל וואס אנטהאלט צוויי שולן, נוסח אשכנז און נוסח ספרד, עס אויך עקסיסטירן אין שול "ישיבת רצופות" אין בין הזמנים.

אויך אין דער געגנט זענען צענטערן פון סאטמאר, קאפיטשעניץ, א שול פון קארלין־סטאלין און די טשעכאנאווער מוסדות. די יד אליעזר ארגאניזאציע וואס העלפט ארעמע משפחות האט אנגעהויבן אין עזרת תורה, און אין געווארן איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס אין לאנד.

דער אפיציעלער רב פון דער געגנט איז הרב יחיאל מיכל שטערן. דער רב פון געגנט באשטימט דורך דער עדה החרדית איז געווען הרב שמחה בונים וואלדנבערג זון פון הרב אליעזר יהודה וולאדנבערג, ביז זיין פטירה אין תשס״ו, און זייט דעמאלסט זיין זון, הרב יעקב וואלדנבערג.