Back

ⓘ מדינה




                                               

בעלזשעץ

בעלזשעץ איז א דארף אין טאמאשאווער פאוויאט, לובלינער וואיעוואדעשאפט, אין מזרח פוילן. בעלזשעץ איז 8 ק"מ דרום פון טאמאשאוו און 114 ק"מ דרום־מזרח פון לובלין. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאציס אויפגעשטעלט אין בעלזשעץ א פארטיליקונג לאגער.

                                               

כלאנדידנא

כלאַנדידנא אדער כלאַנדודנא איז א ים־באד, שטעטל און געמיינדע אין קאנואי גראפנשאפט בארא, וויילס, פלאצירט אויפן קרעאידין האלבאינזל, וואס שטעקט ארויס אינעם אירישן ים. אין דעם 2011 פאראייניגטן קעניגרייך צענזוס האט די געמיינדע געהאט א באפעלקערונג פון 20.701. כלאנדידנא ווערט גערופן די, "מלכה פון די וועלשישע בעדער", איז אצינד דער גרעסטער ים־באד אין וויילס. היסטאריש איז כלאנדידנא געווען א טייל פון דער קארנארוואנשיר גראפנשאפט.

מדינה
                                     

ⓘ מדינה

דער ארטיקל דיסקוטירט א וועזן אין פאליטישער וויסנשאפט. טאמער זוכט איר א געאגראפישן ארט, זעט לאנד.

א מדינה אין פאליטישער וויסנשאפט איז א געזעלשאפט פון מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסער טעריטאריע לויט א געזעצלעכן אויטאריטעט אונטער א רעגירונג.

אין דער אלטער היסטאריע פלעג זיין שטעט מיט אייגענע מלכים, אזוי איז יעדע שטאָט געווען א באזונדערע מדינה, למשל אין אוראלט גריכנלאנד. שפעטער האט זיך געמאכט גרעסערע מדינות, וואס זענען לענדער. היינט איז פאראן א באגריף פאר א באזונדערע מדינה פאר יעדן פאלק.