Back

ⓘ געגנטן אין ישראל




                                               

בית ישראל (געגנט)

בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל. דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". סאיז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

                                               

ריגל געגנטן

31°48′10″N 35°13′48″E די ריגל געגנטן זענען א קייט פון פיר יידישע געגנטן אין צפון־מזרח ירושלים וואס פארבינדן סנהדריה מיט הר הצופים. די געגנטן האט מען אויפגעשטעלט נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה צו שאפן א פאראייניקטע זידלונג צווישן מערב ירושלים און הר הצופים, כדי צו פארמיידן דעם אפשניט פון הר הצופים א צווייט מאל, און צו דערמעגלעכן שאפן א שאסיי, אשכול בולעוואר, וואס גייט אדורך יידישע געגנטן. רמת אשכול און אשכול בולעוואר האבן א נאמען נאכן פרעמיער מיניסטער פון ישראל לוי אשכול, וואס האט איניציאירט אויפשטעלן די ריגל געגנטן. ‏

                                               

אבן ישראל (קווארטאל)

אבן ישראל איז דער ערשטער ייִדישער קוואַרטאַל געבויט אין דעם נחלאות קאָמפּלעקס אין ירושלים אין 1875, נאנט צו יפו גאס. איר אייגנאַרטיקייט איז געווען אין דער פאַרשיידנאַרטיקער נאַטור פון אירע איינוואוינער - אשכנזים און ספרדים, צעטיילט אין צוויי גרופּעס, מיטגלידער פון די "לערנערס" און אַרטאַזאַניסטן, רײַך און אָרעם.

                                               

קרית ספר

קרית ספר איז א פרומע געגנט אין דער נייער שטאט מודיעין עילית אין ישראל. לעבן קרית ספר זענען דא די געגנטן בראכפעלד מאיאנטעק און נאות הפסגה. די באפעלקערונג פון קרית ספר איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.

                                               

בית וגן

בית וגן איז א געגנט אין מערב ירושלים. די ארומיגע געגנטן זענען רמת בית הכרם, רמת שרת, גבעת מרדכי און קריית יובל. געגרינדעט אין 1921 אין דער צייט פון דעם בריטישן מאנדאט אלס איינער פון די זעקס גאָרטן־געגנטן. סאיז דעמאלסט געווען דער העכסטער פלאץ אין ירושלים, לעבן הר הרצל, און וועגען דעם איז דא אינמיטן געגנט א רעזערוו פון וואסער. די הויפט גאס איז "רחוב הפסגה", וואס איז געווען די העכסטע גאס אין ירושלים, ביז די אויפבוי פון דער גילה געגנט. היינט זענען רוב איינוואוינער פרומע חרדישע אידן, אשכנזישע ספרדישע צוגלייך, דארט איז דא אסאך בתי מדרשים און ישיבות, ווי קול תורה, ישיבת עטרת ישראל, ישיבת הר המור ...

                                               

רמות

רמות אלון איז א געגנט אין ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1974 ווי איינע פון די פינף געגנטן אויסצושפרייטן ירושלים אויף א גרויסן פארנעם, און מיט דער צייט האט זיך עס שטארק אנטוויקלט און היינט האט עס איינוואינער ווי א מיטל-שטאט אין ישראל מיט 40.000 איינוואוינערס. סצוטיילט זיך אין 6: רמות ב רמות א רמות ג רמות ד רמות פולין, רמות אונגוואר, תפארת רמות, און נוף רמות זיינען אלץ איין געגנט מיט פרומע איינוווינער. רמות 06 שכונת רמות ה איז אינמיטן א האנדל צענטער דער נאמען רמות שטאמט פון דעם פסוק ספר שמואל א כ"ה "וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו ויקברוהו בביתו רמה" וואס לויט דער טראדיציע איז ...

                                               

רמת אשכול

רמת אשכול איז א געגנט אין צפון ירושלים. גערופן נאך לוי אשכול, דער דריטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל. געבויט אין 1968. אין גן דאריס וויילר אויף ים סוף גאס 8 געפונט זיך א מערה נאך פון צווייטן בית המקדש.

                                               

זכרון משה

זכרון משה איז א געגנט אין מיטן ירושלים צווישן די הנביאים און מלכי ישראל גאסן. זכרון משה איז געגרינדעט אין יאר 1905 דורך ר יחיאל מיכל פינעס און דוד יעלין און נאך. ער איז איינער פון די פינף געגנטן וואס איז געבויט געווארן מיט משה מאנטיפיאריס געלט מיט א תנאי אז סזאל הייסן נאך אים, די געגנט איז געבויט געווארן מיט מאדערנער טעכנאלאגיע מיט די קאנצעפטן פון יענע יארן, ווי: די גאסן זאלן זיין שטאק אויסגעפלאסטערט סזאל אויסהאלטן די רעגן און סזאל נישט מאכן קיין בלאטעס, גראבן גרובער פאר ווי די וואסער זאל אפגיין, איינפלאנצן ביימער, און א פארבאט אויפצוהענגען קליידער צום אויסטרוקענען אויף דער גאס. אזוי אויך ...

                                               

קרית מאטערסדארף

קרית מאטערסדארף איז א חרדישער געגנט אין ירושלים, ישראל, געגרינדעט דורך הרב שמואל עהרנפעלד, דער לעצטער רב פון מאטערסדארף, איינע פון די "זיבן קהילות" אין בורגנלאנד, עסטרייך. ער געפינט זיך ביים צפונדיגן עק פונעם בארג פלאטא וואו צענטראלער ירושלים ליגט. ער גרענעצט די געגנטן אונסדארף און רוממה. די הויפט גאס איז פנים מאירות גאס. די תורה אור ישיבה פון הרב חיים פנחס שיינבערג איז פלאצירט אין מאטערסדארף. ווי אויך אנדערע חרדישע אנשאלטן סיי פאר יונגלעך און בחורים סיי פאר מיידלעך. רוב פון די איינוואוינער זענען ליטווישע נישט חסידיש. אסאך פון זיי זענען געקומען פון די פאראייניגטע שטאטן און דעם פאראייניגטן ...

                                               

מוצא

מוצא איז א קוואַרטאַל אין ירושלים, וואָס געפינט זיך אין די בערג פון ירושלים, ישראל, לעבן דעם נחל סורק, אין א דורכשניטלעכער הייך פון 580 מעטער איבערן ים הייך. ער איז אמאל געווען אַן אומאפהענגיקע אַגריקולטוראלע קאָלאָניע, און אין 1993 איז געווארן א טייל פון ירושלים.

                                               

עין כרם

עין כרם איז אפגעזינדערט אביסל פון ירושלים, און נישט נאר דעמאגראפיק נאר אויך אין לעבנסשטייגער ווי זיי פרובירן צו היטן א דארפיש לעבען, דארט איז די מעיין מרים ווי אסאך קאטאליקען האלטען עס פאר א הייליג פלאץ. דער הדסה שפיטאל, דער גרעסטער שפיטאל אין ישראל, געפונט זיך דארט, און די אפטיילונג פאר רפואה פונעם העברעישן אוניווערסיטעט, איז אויך דארט. ‏

                                               

מקור ברוך

מקור ברוך איז א געגנט אין צענטראל ירושלים. זיינע גרענעצן זענען שרי ישראל גאס אין מערב, דוד יעלין גאס אין דרום, יוסף בן מתתיהו גאס צו מזרח און מלכי ישראל גאס אין צפון. אריבער יוסף בן מתתיהו גאס איז דער זכרון משה געגנט. די הויפט גאס אין געגנט איז רש"י גאס, א לאנגע גאס פון מזרח צו מערב, וואס מען האט אויפגעשטעלט אין די סוף תר"ף יארן.

                                               

גוש דן

גוש דן איז א געגנט אין צענטער פון ישראל. דאס איז די געגנט מיט דער גרעסטער באפעלקערונג אין ישראל. עס איז די מעטראפאליטען שטח, פון שטאט תל אביב. די מעטראפאלין איז נישט געהעריג דעפינירט, און דערפאר האט עס נישט קיין לעגאלע סטאטוס. די הויפטשטאט איז תל אביב, און די רינג ארום, רמת גן בני ברק, הרצליה, און בת ים, חולון. די צווייטע רינג ראשון לציון, פתח תקוה רמלה און לוד. און אפילו א דריטע רינג וואס רעכנט אריין נתניה, רחובות, אשדוד. אלעס צוזאמען באשטייט די באפעלקערונג פון די מעטראפאלין אומגעפער 3 מיליאן איינוווינער. און איז די מערסט באוווינטע געגנט אין ישראל. די שטח שפרייט זיך אויס פאר ניינציג קילאמ ...

                                               

גוש עציון

גוש עציון, איז א געגנט אין די פארנומענע געביטן, צווישן בית לחם, און חברון. גערופן אויף די יידישע שטעטלעך, דערפער, און קיבוצים. יידן האבן זיך אנגעפאנגען באזעצן אין די געגנט אין 1927, די ערשטע פלאץ האט געהייסן מגדל עדר, וועלכע איז פארלאזט געווארן אין די תרפ"ט ראיאטן. אין 1932 זענען מענטשן פון די אל ההר באוועגונג געקומען זיך באזעצן, און זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן, ביי די אראבישע אויפשטאנד. די הויפט פון די גרופע האט געהייסן שמואל צבי האלצמאן, ער האט העברעיזירט זיין נאמען צו עציון, און די נאמען פון די געגנט איז געבליבן אויף זיין נאמען. אין 1943 איז דער קיבוץ כפר עציון געגרינדעט געווארן, ...

                                               

גוש קטיף

גוש קטיף, איז געווען א געגנט פון באזעצונג, אין די פארנומענע געביטן, אין עזה שטרייף. די געגנט האט געהאט עטליכע שטעטלעך און דערפער, סמערהייט רעליגיעזע אבער אויך אנדערע, וואס ישראל האט אויפגעשטעלט דורכאויס די 1980ער יארן, מיט די גוטהייסונג פון זיכערהייטס מיניסטער אריק שרון, און די שטיצע פון דאן פרעמיער מיניסטער מנחם בעגין. די ערשטע דערפער זענען שוין אויפגעשטעלט געווארן אזוי פרי ווי אין יאר 1970. "כפר דרום" איז געווען א יידישע שטעטל נאך איידער די גרינדונג פון מדינת ישראל, און איז עוואקואירט געווארן דורכאויס די מלחמת השחרור. די גוש רעכנט אריין די געגנט פון דרום מערב עזה פאס ביים ים, וועלכע האט ...

                                               

גליל

גליל איז אין די צפון טייל פון ישראל, וואס איז זייער בערגיג, און טיילווייז דערפיש, די הויפטשטאט פון גליל איז צפת. די גליל איז איינגעטיילט אין דריי, די אונטער גליל, די אויבער גליל, און די פינגער, די ערד איז דארט זייער פרוכטבאר, וויבאלד דארט רעגנט די מערסטע פון די אנדערע געגנטן אין ישראל, אין די ווינטער איז אויך קעלטער וויבאלד עס איז הויך. די העכסטע בארג איז די זשארמאק בארג וואס איז פון די מירון בערג, א מיליטערישע באזע געפונט זיך אויף די בארג, די גליל באפעלקערונג איז א קליינע וויבאלד די האנדלסצענטער פון ישראל איז אין צענטער, און די מענטשן פון די גליל זענען ארעמער פון די מענטשן פון די צענטער. ...

                                               

חולה טאל

דער חולה טאל איז א טאל אין "פינגער פון גליל", אין צפון ארץ ישראל, פאקטיש איז עס א המשך צום עמק הירדן, וואס געפונט זיך מער צו דרום. צפון פון טאל געפינט זיך דער איון טאל אין לבנון, און דער לבנון טאל. דער טאל האט אסאך וואסער, און אמאל האט זיך געפונען אין דרומדיקן טייל פון טאל, די חולה אזערע, וואס ישראל האט אויסגעטריקנט אין די 1950ער יארן. היינט האט מען צוריק פארפלייצט עטליכע ערטער, נאכן זען אז דאס אויסטריקענען האט געברענגט צו עקאלאגישע ענדערונגען. אין דעם טאל געפינט זיך היינט איין שטאט קרית שמונה, א קאלאניע יסוד המעלה, און נאך דערפער און קיבוצים, וואס ווערן איינגעטיילט צו צוויי געגנטלעכע ראטן ...

                                               

כפר יונה

כפר יונה איז א שטאט אין דעם שרון דיסטריקט, נישט ווייט פון נתניה, אין ישראל. כפר יונה האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאָט אין 2014. כפר יונה איז א שטילע רואיגע געגנט, ארומגענומען מיט שיינע בלומען. איר הויפט איינקונפט איז פון פארקויפן מאראנצן. אין 2019 האבן דארטן געוואוינט בערך 24.778 איינוואוינער. כפר יונה איז געגרינדעט געווארן ט״ו בשבט, יאנואר 23, 1932, דורך א איד מאריס פישער, און ער האט נאמען געגעבן פאר דער זידלונג כפר יונה, נאך זיין טאטע, יונה פישער. אריגינעל האט מען גערופן דעם געגנט גן יונה. אין 1948 ביי דער מלחמה צווישן מדינת ישראל מיט די אראבער, איז כפר יונה געווען אויף די פראנט ליניעס ...

                                               

קריות

קריות איז די באצייכענונג אויף די שטעט אין געגנט פון חיפה מעטראפאלין, וואס זענען גאר נאנט צו דער שטאט, אלע אויפן צפון זייט פון דער שטאט. עס רעכנט אריין אין זיך פיר שטעט, קרית ים, קרית ביאליק, קרית מוצקין און קרית אתא, און נאך צוויי געגנטן, וואס געפונען זיך אונטער דער חיפהער שטאטראט אדמיניסטראציע, קרית חיים און קרית שמואל. אין ישראל, ווערן מענטשן פון די אויבן דערמאנטע שטעט נישט גערופן אויפן נאמען פון זייער שטאט, נאר דער כלליתדיקער נאמען קריות. עס זענען געווען מערערע פארשלאגן, צו פאראייניקן די שטעט. צום ביישפיל, קרית ביאליק און קרית מוצקין, ווי אויך מאכן פון זיי איין גרויסע שטאט, אבער קיינמאל ...

                                               

רמת וויזשניץ

אנפאנג פון די פופציגער יארן, איז דער ערשטער און גרינדער רבי פון סערעטער חסידות הרה"ק רבי ברוך האגער אויפגעקומען מיט א געדאנק אויפצובויען א ספעציעלער גענגט וואס איז געאייניגט פאר די סערעטער חסידים אין ארץ ישראל. י תמוז התשי"ד איז פארגעקומען מעמד הנחת אבן הפינה ווען מען האט אראפגעלייגט דעם גרונד שטיין פאר דעם שיכון. צווישן די ערשטע געביידעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן, קען מען אויסרעכענען "בתי אברהם" און דעם רביןס שטוב. זומער התשי"ז האט מען געעפנט דעם בית מדרש און ישיבה "יחל ישראל" וואס דעמאלטס האבן זיך געפונען צוזאמען אין איין פלאץ אין א צוויי שטאקיגע געביידע צולעצט האט מען צוגעבויעט נאך ...