Back

ⓘ טראנספארט אין ישראל




                                               

טראנספארט אין ישראל

                                               

אגד

אֶגֶד טראנספארט קאאפעראטיוו פירמע איז די גרעסטער בוס פירמע אין ישראל, געגרינדעט אין 1930ער יארן, איז עס אויך די עלטסטע, און די מאכטפולסטע, פון אנהייב איז עס געווען קאנטראלירט דורך דער רעגירונג, היינט איז עס א פריוואטע פירמע. אין יאר 2006 האבן זיי געקויפט אקציעס פון א בולגארישער בוס געזעלשאפט, און געווארן איינע פון די שטארקע געזעלשאפטן אין דער וועלט.

                                               

ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל באדייטן. ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט התש"ח ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים. ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינט ...

                                               

ישראל באנען

ישראל באנען איז דער נאמען פון דער געזעלשאפט וואס געהערט דער רעגירונג פון ישראל פאראנטווארטלעך פאר אלע באנען פארקער, סיי פּאַסאַזשירן סיי פֿראַכט, אין דעם לאנד. די רעלסן זענען אויפן סטאנדארטן אפשטאנד. דער באן נעצווערק איז באזירט אינעם פלוין נעבן ים, וווּ די ליניעס שטראלן אויס פון תל אביב. די באנען פארן אויף די לינקע רעלסן. דער אלגעמיינער פארוואלטער איז יצחק הראל.

                                               

געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט

א געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט איז א מאכענאזירטע מאשין, וואס טראגט זעלנער זיכערערהייט צום שלאכט פעלד, און דערנאך ברענגט זיי אהיים. די ערשטע אזא מאשין, איז אריין אין באנוץ, סוף ערשטע וועלט מלחמה. ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז רוב טראנספארטאציע געטון געווארן דורך לאסט אויטאס, דזשיפן, און האלב ראד מאשינען, די מעלה איז געווען שנעלקייט, אבער פארפאנצערונג איז כמעט נישט געווען. די ערשטע מאשינען האבן געהאט מינימאלע פארפאנצערונג, מיט א דיקע שיכט אלומיניום, צוריק צו האלטן פייער פון לייכטע געווער, פון אריינדרינגען אינעווייניג. דער קאבינע פון אינעווייניג, האט געקענט טראגן 12 זעלנער, אויסער די מאנש ...

                                               

עגיפטן

‫ עגיפטן א טייל פון אמאליקן מצרים, אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע, איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1.010.408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב. זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מ ...

                                               

לאנדאוס עקספרעס

לאנדאוס עקספרעס איז א טראנספארטאציע קאמפאני ספעצילעזירנדיג זיך אין די רוט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע און פארקערט. זיי האבן די הויפט קווארטיר אין בני ברק מיט א ווערהאוז אין בארא פארק און אלע בחורים און אידן וואס ווילן טראגן גרעסערע טראנספארט נוצן אים.

                                               

ירושלים מלחה באן סטאנציע

ירושלים מַלחה באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סוף-סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע, וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום-מערב ירושלים. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 9טן אפריל 2005.

                                               

לאנדאן

לאנדאן איז די הויפטשטאט פון ענגלאנד און פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך, און די גרעסטע שטאט און מעטראפאליטאנער שטח סיי אינעם פאראייניגטן קעניגרייך סיי אינעם אייראפעישן פארבאנד. לאנדאן געפינט זיך אויפן טעמז. דער יישוב פון לאנדאן גייט צוריק צוויי טויזנט יאר צום יאר גתת"ג ווען די רוימער האבן אויפגעשטעלט דאס שטעטל לאנדיניום. דער אלטער יישוב איז די סיטי פון לאנדאן, אבער היינט רופט מען לאנדאן דעם גאנצן געגנט פון לאנדאן, ד"ה דעם שטח פון גרויסלאנדאן, וואס ווערט רעגירט דורך די בירגערמייסטער פון לאנדאן און לאנדאנער פארזאמלונג. הײַנט איז לאנדאן פֿון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פֿון האנדל, סײַ פֿון פֿינאנ ...

                                               

דוד צבי פנקס

דוד צבי פנקס איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער, איינער פון די אונטערשרייבער פון דער דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט און דער דריטער טראנספארט מיניסטער פון מדינת ישראל, פון 8טן אקטאבער 1951 ביז זיין פטירה. בערך צוויי חדשים פאר זיין טויט פון א הארץ אטאקע, איז ער געווען א קרבן פון א פראבירטן אטענטאט.

                                               

ירושלים

‫ ירושלים העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט. די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די ...

                                               

געווער

געווער אדער וואפֿן איז געצייג וואס ווערט באנוצט צווישן מענטש קעגן מענטש, אדער צו פאנגען חיות, און זיך באשיצן פון זיי, אמאל איז געווער בעיקר באשטאנען פון, שטיין. און אויך פון קופער, אייזן, און אנדערע מעטאלענע כלים. ביז ווען מען האט אויסגעפונען אויפרייס פולווער. די כינעזער האבן דערפינדן שיספולווער אין די אוראלטע צייטן. מיט פולווער האט מען אנגעהויבן צו שאפן ביקסן און פיסטוילן צו כאפן בעלי חיים, אבער אויך צו שיסן אנדערע מענטשן. במשך די יארן האט מען דערפינדן נייע געווער. אין 1884 האט מען דערפינדן דעם מאשינביקס, וואס קען שיסן א סך קוילן גאר גיך. געווער ווערט איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס. ...

                                               

אל על

אל על איז די גרעסטע לופטליניע אין ישראל. עס איז באזירט אין בן גוריון פליפעלד לעבן דער שטאָט לוד, 20 ק״מ ווייט פון תל אביב. דער אויסדרוק אל על געפֿונט זיך אין תנ"ך און באדייט אַרויף צו גאָ-ט.‏ דער יאט״א קאָד פאר אל על LY איז גענומען פונעם אמאליגען נאָמען פון דער שטאָט לוד און דעם פליפעלד. צוליב דער שטענדיגער דראאונג פון ​​טעראָריסט אנפאלן, ווערן פליען דורך על געפירט אונטער באזונדער שטרענגע זיכערהייט מיטלען. אל על אקטיוויזירט לופטרייזעס אין אייראפע, אזיע, אפריקע, אמעריקע און אויסטראליע. אין 2005 האט אל על טראנספארטירט מער ווי 3.5 מיליאן פאסאזשירן. על אל האט 49 עראפלאנען און פארט אין 40 צילן.

                                               

ארקיע

                                               

בן גוריון פליפעלד

בן־גוריון פליפעלד איז דער אינטערנאציאנאלער פליפארט פון ישראל, און מערהייט מענטשן וואס קומען אריין אין לאנד, קומען דורך דעם פליפעלד. דאס פליפעלד איז געווארן אויפגעשטעלט דורך דעם בריטישן מאנדאט; אין יאר 1935 האט זיך אנגעהויבן די ארבעט, און אין יאר 1937, האט מען פארענדיקט בויען די סטארטפאסן. די ענגלישע האבן גערופן דאס פליפעלד מיטן נאמען ווילהעלמע, אבער דער ברייט באקאנטער נאמען איז געווען לוד פליפעלד, אויפן נאמען פון דער שטאט וואס געפונט זיך נישט ווייט. אין 1973 ווען דוד בן גוריון איז געשטארבן, האט מען גערופן דעם פליפעלד אין זיין אנדענק. דאס פליפעלד ווערט קאנטראלירט דורך דער פליפעלדער אגענטור, ...

                                               

ירושלים פליפעלד

31°51′53″N 35°13′09″E דאס ירושלים פליפעלד אדער עטרות פליפעלד געפינט זיך צפון פון ירושלים און לעבן ראַמאַלאַ. עס איז געווען דער ערשטער ערפּאָרט אין דעם בריטישן מאַנדאַט פון פּאַלעסטינע. עס איז פֿאַרמאַכט געווארן זינט דער אינטיפֿאַדע אין 2010.

                                               

ישראל שאסייען

דער אויפבוי פון די שאסייען אין ישראל, האט זיך אנגעהויבן אין די 1920ער יארן, דורך דער מאנדאטארישער רעגירונג. דער בריטישער מאנדאט האט אויפגעשטעלט דעם ביורא פאר אויפשטעלן אינפראסטרוקטור אין לאנד, וואס נאכן אויפשטעלן די מדינה האט עס ווייטער אנגעהאלטן, אין פארשידענע מיניסטעריומס, ביז עס איז אויפגעלעזט געווארן אין 2003, און א נייער ביורא מיטן נאמען "די נאציאנאלע געזעלשאפט פאר וועגן אין ישראל", וואס זיי געבן זיך אפ מיט פארבעסערן די שאסייען, און אויפשטעלן נייע ביז היינט.

                                               

כביש החוף

כביש החוף אדער שאסיי צוויי, איז א שאסיי, אין ישראל וואס פארבינדט תל אביב, און חיפה, און די שטעט אינדערמיט, נתניה, הרצליה, חדרה, און זכרון יעקב. דאס אויפשטעלן פון שאסיי האט זיך אנגעהויבן אין די 1950ער יארן, אנהייב צווישן תל אביב און נתניה, אין די נאכפאלגענדע יארן, איז די שאסיי פארלענגערט געווארן ביז קיסריה, און אין יאר 1969, איז די לעצטע טייל פון קיסריה ביז חיפה אויפגעבויט געווארן. די לעצטע טייל איז געבויט געווארן ווי א שנעל שאסיי, און די זכרון יעקב אפווענדונג, איז געווען די ערשטע וואס איז געבויט געווארן אין ישראל, דערנאך זענען אלע קרייץ וועגן, געטוישט געווארן צו שאסיי אפווענדונגען. אין די ...

                                               

כביש שש

שאסיי 6 איז א צאל שאסיי אין ישראל צפון קיין דרום. די ישראל רעגירונג האט אים באשלאסן אויפצושטעלן, מחמת פארשידענע סיבות, איינס, עס האט געפעלט א שאסיי, וואס איז גוט און מאדערניזירט, וואס לויפט אדורך אין ישראל צפון צו דרום. צוויי, די זיכער וועגן אין ישראל זענען זייער פארנומענע שאסייען וואס גייען אריבער שטעט, און עס איז דא א גרויסע פארקער, איז אין די סוף 1990ער יארן, האט ישראל באשטעטיקט זיין אויפבוי, נאכן האבן דעם פלאן שוין פון די זיבעציגער יארן. דער שאסיי איז נאך ווייט פון פערטיג, לויטן פלאן דארף עס זיין לאנג 247 קילאמעטער, היינט איז ער 138 קילאמעטער לאנג, נאכן פארענדיקן א חלק אין צפון, וואס פ ...

                                               

תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע

תל אביב נייע צענטראלע אויטאבוס סטאנציע איז א טערמינאל פאר אויטאבוסן אין תל אביב, און זי איז די גרערסטע טערמינאל איבער דער גארער וועלט. מען האט איר אנגעהויבן בויען אין יאר התשכ"ז, אבער די געבוי האט זיך פארזאמט זייער לאנג, און נאר 26 יאר שפעטער אין יאר התשנ"ג האט מען אויפגעעפנט די סטאנציע. די סטאנציע געפינט זיך אין דרום תל אביב, נישט ווייט פון תל אביב ההגנה באן סטאנציע.