Back

ⓘ ישובים אין ישראל




                                               

עמוקה

                                               

ראש פינה

ראש פינה איז א שטעטל אין ישראל, וועלכע געפונט זיך אונטער צפת, און די גליל בערג ארום צפת, די שטעטל געפונט אבער אין די טאל, צו צפון פון שטעטל געפונט זיך חצור הגלילית. געגרינדעט 12טן דעצעמבער 1882, און איז די פאקטישע ערשטע שטעטל, אויפגעשטעלט צו ווערן אין ארץ ישראל, אין די נייע תקופה. די שטח איז אפגעקויפט געווארן דורך יידן פון צפת, אין יאר 1875, וועלכע האבן זיך באזעצט דארט אין יאר 1878, און גערופן געווארן גיא אוני, אבער האבן איר פארלאזט, נאך קרענק, און אן עפידעמיע. אין 1882, איז די שטעטל ווידעראמאל באזעצט געווארן. נאך שוועריקייטן האט עדמונד זשיימס דע ראטשילד, גענומען די שטעטל, אונטער זיין אויפ ...

                                               

מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט

מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט איז דער נאמען פון א רעוואלט וואס האט פאסירט צווישן די יארן התרצ"ו - התרצ"ט אין ארץ ישראל ווען דערבריטישער מאנדאט האט געהערשט דארט, ביי די רעוואלט האבן די אראבער ארגאניזירט א קייט פון טעראר אקציעס קעגן די יידן אין ארץ-ישראל. זיי האבן געשאסן יידן אומעטום און פארברענט פיל פון זייערע פעלדער. אויך האבן זיי אטאקטירט בריטישע סאלדאטן. אין דער רעוואלט זיינען געשטארבן איבער 80 יידן, 369 פארווונדעט געווארן און ארום 17.000 לאנדווירטשאפט דונאם איז פארברענט געווארן.

                                               

ווארצלען (אנטאלאגיע)

וואָרצלען איז אן אנטאלאגיע פון פאעזיע און פראזע וועלכע נעמט צוזאם דאס ארגינעלע שאפן אין דער יידישער שפראך אין ארץ ישראל פון די ווערק פין זעכציג שראהבער וועלכע האבן געוואוינט אדער באזיכט אינעם לאנד. מערסטנס פין די אויסגעוועהלטע חומר רעדן טאקע איבער דעם לאנד און שילדערן אירע איבערלעבענישן מיט רייכע פארבן. דאס בוך איז רעדאקטירט געווארן דורך אריה שמרי און איז ארויסגעגעגעבן דורך פארלאג ישראל-בוך אין תל אביב אין יאר 1966 און אנטהאלט א ס"ה פין 415 זייטן.

                                               

כפר תבור

כפר תבור איז א לאקאלער ראט אין דעם אונטער גליל געגנט, אין צפון דיסטריקט פון ישראל, וואס געפינט זיך ביים פוס פון הר תבור. דאס דארף איז געגרינדעט געווארן אין 1901. אין 1949 האט עס באקומען דעם סטאטוס פון א לאקאלן ראט. זיין באפעלקערונג איז 3.006 אין 2011.

                                               

יבנאל

יבנאל איז א ישוב אין צפון זייט ישראל. די צאל איינוווינערס דארט איז 2.800 ווען 20% פון זיי זיינען ברעסלעווער חסידים וואס געהערן צו מוהרא"ש.

עינב
                                               

עינב

32°17′04″N 35°07′35″E עֵינָב איז אַ ייִדישער קהילה-יישוב אין שומרון אויפן שאָסיי 57 צווישן טײַבע און שבי-שומרון, 2 קילאָמעטער צו מערב פונעם אַראַבישן דאָרף ראַמין און אַן ערך 15 קילאָמעטער צום מזרח פון דער שטאָט טול-כרם. דער יישוב עינב איז געגרינדעט געוואָרן אין דעצעמבער 1981 און ער געהערט צום רעגיִאָנאַלן ראַט שומרון. די באַפעלקערונג פונעם יישוב באַטרעפט אַן ערך 160 משפּחות.