Back

ⓘ צה"ל




                                               

משיח

דער ארטיקל רעדט וועגן משיח אין אידישקייט, פאר אנדערע רעליגיעס זעט משיח משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס איז לויט דער אידישער רעליגיע ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות. גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט.

                                               

כנסת וואלן 2006

                                               

אגוז

אגוז איז א ספעציעלע איינהייט אין דער גולני בריגאדע וואס איר ציל איז זיך שלאגן קעגן טעראר, ד"ה גערילא טאקטיקן, זי ספעציאליזירט זיך אין קעמפן ענג באוווינטע געגנטער, ווי אין די מערב ברעג, און זיך פארמאסקירן זיך, אויסנוצן די טונקלקייט פון די נאכט און אטאקירן, זיי באנוצן זיך מיט ספעציעלע אויגן טראפן צו שווארץ מאכן די ווייסלעך פון די אויג, אויך א מאסטיק פארן מויל וואס מאכט די ציינער גענצליך שווארץ, דאס זענען מייסטענס די וועגן צו דערקענען א מענטש אין די פינסטער. דאס זעלבע איז אין וועלדער, אין די מדבר, יעדע געגנט מיט איר אייגנארטיקייט, און אגוז וועט אריינגיין אינעם געגנט, און קיינער וועט נישט וויס ...

                                               

אמ"ן

אַמַ"ן איז די אויסשפיר אפטיילונג, פונעם מיליטער אין ישראל. דינענדיג ווי אלע אנדערע אויסשפיר אגנטורן אין ישראל. און צוזאמען ארבעט, מיט די מוסד, שב"כ, און די פאליצייאישע אויסשפיר אפטיילונג. געגרינדעט געווארן אינעם יעצטיגן פארמאט, אין 1953, אלס א טייל פונעם גענעראל שטאב פון צה"ל, מיטן אויפגאבע פון צוזאמנעמען אלע נויטיקע ארטיקלען, ווי בילדער, פונעם פיינט, היינט רעכנט עס אריין סאטעליטן, און גאר פארגעשריטענעוועגן פון צוזאמנעמען אינפארמאציע. וואס האט דעמאלט אריינגערעכנט עגיפטן, יארדאניע, און סיריע בעיקר, אבער שוין פון דער אנהייב האבן זיי געהאט עטליכע דורכפעלער, ווי נישט מעלדן איבערן עגיפטישן פראי ...

                                               

גולני בריגאדע

די גולני בריגאדע איז א בריגאדע אין דער מיליטער פון מדינת ישראל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, ביי די אומאפהענגיקייט מלחמה, אין 1948, און איז געווען איינע פון די צוועלף בריגאדעס, וואס האבן זיך געשלאגן ביי אט דעם קריג. אין די קומענדיקע יארן האט זי א טייל גענומען אין אלע מלחמות וואס ישראל האט געפירט קעגן אירע שכנים. ביים אויפשטעלן איז איר ציל געווען, צו באשיצן די צפון טייל פון ישראל פון אן אטאקע, אבער זי האט טיילגענומען אינעם אייננעמען דעם נגב. היינט איז גולני איינע פון די פינף פיסגייער בריגאדעס פון צה"ל, וואס איז נח"ל, גבעתי, כפיר, פאראשוטיסטן. איינע פון די איינהייטן איז בארימט געווארן פאר אי ...

                                               

שלמה גורן

הרב שלמה גורן דער גרינדער פון ישראלדיקן מיליטערישן ראבינאט און שפעטערדיקער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל אין דער צייט ווען מרן הרב עובדיה יוסף איז געווען ראשון לציון.

                                               

הקריה

הַקִריה איז דער נאָמען פון א שטח אין צענטראלן תל אביב וואס באדינט היינט צה"ל, דעם ישראל מיניסטעריום פון פאַרטיידיקונג, רעגירונג ביוראען און אנדערע שטאַטישע קערפער. הקריה ליגט צווישן די גאסן מלך שאול פון צפון, הארבעה פון דרום, בעגין טראקט פון מזרח און לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשי פון מערב.

                                               

זכריה באומל

סערזשאַנט זכריה באַומל ז"ל איז געווען אַ זעלנער אין צה"ל וואָס איז געווען איינער פון די דריי ישראלישע מיליטער־לייט צוגערעכנט צו פאַרפאַלענע אין קאַמף אין דער שלאַכט ביי סולטאַן יאַקוב דעם 11 יוני 1982 אין לבנון אין דער צייט פון דער ערשטער לבנונשער מלחמה. באַומל צוזאַמען מיט יהודה כץ און צבי פעלדמאַן זיינען פאַרכאַפּט געוואָרן דורך סירישער אַרמיי און זייער גורל איז געווען אומבאַקאַנט. זיין געביין האָט מען צוריקגעקערט קיין ישראל אין אַפּריל 2019, 37 יאָרן נאָך דער מלחמה.

                                               

יצחק מאיר

רבי יצחק מאיר איז געווען בירגערמייסטער פון בני ברק פון 1974 ביז 1976. ער איז געווען פון די ערשטע באוואוינער פון בני ברק. ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער פון חינוך עצמאי, און וויצע־הויפט־רב פון צה"ל.

                                               

מיליטערישע פאליציי

דער אויפגאבע פון די מיליטערישע פאליציי איז פולארטיג, עס רעכנט אריין ארדענונג, אינפארסירן געזעץ, ביז גרענעץ וועכטער, אויספארשן קרימינאלע אקטיוויטעטן, און אזוי אויך אויפהאלטן טורמעס וואס זענען אונטער מיליטערישע קאנטראל.

                                               

משמרת שנייה

משמרת שנייה איז א קורצע ישראלישער פערצן מינוטיגער פילם דירעקטיהרט דורך אודי בן אריה אין 1995. עס איז נאָמיניהרט געווארן פאר אַן אסקאר אין 1996.

                                               

נח"ל בריגאדע

די נח"ל בריגאדע, איז איינע פון די פינף בריגאדעס אין ישראל, פון די פוסגייער קרעפטן אינעם מיליטער. געגרינדעט אין 1982 ביי דער ערשטער לבנון מלחמה קעגן לבנון, און ביז היינט פארנעמט זי זיך מייסטנס, מיטן זיצן אויפן צפון גרעניץ, וואס איז לבנון, און סיריע, אזוי אויך אינעם מערב ברעג, די נח"ל בריגאדע איז קיינמאל נישט געווען אין דרום, ביים עזה שטרייף גרעניץ, ביזן פארגאנגענע ווינטער, צום ערשטן מאל. ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די נח"ל געווען די ערשטע פיסגייער בריגאדע, אריינצוגיין אין לבנון, און די לעצטע ארויסצוגיין. ביי דער על אקצא אינטיפאדע האט זי טיילגענומען אין די שלאכטן פון אפעראציע חומת מגן, ...

                                               

נחל החרדי

נח"ל חרדי אדער גדוד נצח יהודה איז איינע פון די כפיר בריגאדע באטאליאנען פון צה"ל, וואס איז געאײַגנט פאר פרומע אידן. אינאיינעם מיט די מיליטערישע בילדונג, לערנט מען תורה אפאר שעה אין טאג, און עס ווערט אויך צוגעשטעלט אלע באדערפענישן וואס פארלאנגן זיך פאר חרדישע אידן. דער באטאליאן איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו אדרעסירן דעם וואקסנדן פראבלעם פון געוויסע בחורים וואס פילן נישט ביכולת צו בלייבן ביים לערנען דאס גאנצע לעבן אבער קענען נישט ארויסגיין ארבעטן צוליב זייערע מיליטערישע התחייבותן. דאס האט צוגעפירט, אחוץ דעם וואס פאר פילע בחורים און יונגעלייט האט געפעלט טאג-טעגליכע סיפוק, זענען געווען פיל ו ...

                                               

יונתן נתניהו

יונתן יוני נתניהו איז געווען אן אפיציר אין צה"ל וואס האט קאמאנדירט דעם עליטישן קאמאנדע איינס סיירת מטכ״ל ביי דער ענטעבע אפעראציע, אן אפעראציע צו ראטעווען 106 ערבניקעס געהאלטן אין ענטעבע פליפארט אין אוגאנדע אין 1976. די מיסיע איז געווען בעצם דערפאלגרייך, און מ׳האט געראטעוועט 102 פון די ערבניקעס, אבער נתניהו אליין איז געהרג׳עט געווארן ביי דער אקציע.

                                               

ענטעבע אפעראציע

די ענטעבע אפעראציע אדער יונתן אפעראציע איז געווען א ישראלישע אקציע אין דער שטאט ענטעבע אין אוגאנדע, אין יאר 1976. נאכדעם וואס דייטשן און פאלעסטינער, פון די פראנט פונעם פאלק פארן באפרייען פאלעסטינע, האבן פארכאפט אן עראפלאן פון דער ער פראנס פירמע, אפגעזונדערט די יידן פון די גויים, אלס משכונות, און פארלאנגט דערפאר די באלדיגע באפריינוג פון טעראריסטן אין ישראל טורמעס. אין 4טן יולי 1976, זענען אהינגעפארן עטליכע ישראל עראפלאנען פון דעם לופטפלאט, מיט זעלנער פון סיירת מטכ"ל און גולני, און באפרייט די 105 פארכאפטע יידן, אין אן אקציע וואס האט מצליח געווען, און די וועלט איז געווען ערשטוינט פון די סוקסע ...

                                               

פאל-שירעם בריגאדיע

די ישראלדיקע פאל-שירעם בריגאדע, געגרינדעט אין 1955, איז צאמגעשמאלצן געווארן, פונעם 101טן איינהייט פון אריק שרון, און אנדערע רעגימענטן. זיי האבן טיילגענומען אין אלע מלחמות, וואס זענען אריבער אויף ישראל, אבער בלויז איינמאל אלס פאראשוטיסטן, אין דער סיני מלחמה, ווען זיי האבן איינגענומען דעם מיטלע פאס אינעם סיני האלבאינדזל, היינט ווערן זיי פארעכנט אלס געהעריגע פוסגייער סאלדאטן. צו ווערן א זעלנער אינעם בריגאדע, מוז מען דורכגיין א פיזישע טעסט, פאר צוויי טעג פון אינטענסיווע לויפן, און אנדערע אקטיוויטעטן. די בריגאדע גייט אין רויט ברוינע שיך, א רויטן בערעט, און מיט א פאסיק אויפן העמד, און אנדערש ווי ...

                                               

פוס מיליטער

פוס מיליטער איז א וויכטיגע קארפוס ביי די ארמייען און די ערשטע קארפוס וואס די פעלקער האבן באשאפן זינט דאס שטיינעלטער. דער פוס מיליטער פירט מלחמה מיט זיין פיינט אויף דער ערד מיט געווער זייענדיק באפעסט אנגעפאנצערט. פארצייטנס זיינען די געווער געווען פון בויגנס פיילן, שפיזן און שווערדן, היינטיקע מאדערנע געווער זיינען די שיסערס און וווּנדערלעכע אויטאמאטישע מאשין געווער. זייט דעם סוף פונעם צווייטן וועלט קריג איז דער פוס מיליטער געווארן א קלענערער טייל פון די ארמייען אין דער מערב וועלט, געוויינלעך צווישן 10% און 30% פון די סאלדאטן אין דער ארמיי. דאס איז אסאך ווינציקער ווי פארן קריג. צום ביישפיל, א ...

                                               

רפי פרץ

הרב רפאל ״רַפֿי״ פרץ איז דער בילדונג מיניסטער, פארזיצער פון דער יידישער היים פארטיי און כנסת דעפוטאט אויף איר נאמען. ער איז געווען אַ העליקאָפּטער פּילאָט און שפּעטער הויפט־רב פון דער אַרמיי אין דעם ראַנג פון בריגאַדיר גענעראל.

                                               

שייטת 13

שייטת 13 איז אן עליטער קאמאנדא איינהייט, פון צה"ל, און א טייל פון דעם ישראלדיקן ים פלאט. די באזע זייערע געפונט זיך אין עתלית, דרום פון חיפה. זיי ווערן אויסמושטירט צו קעמפען פון די וואסער, און די טרוקעניש. אויף מערערע סארטן קאמף סטראטעגיעס. די געדאנק פון איינהייט, איז שוין פון די צייטן פון פלמ"ח, אנהערנדיק צו די ים פלאט פלי"ם. שפעטער ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן זיי טיילגענומען אין עטליכע אקציעס. דאס וויכטיקסטע איז געווען, זינקען די עגיפטישע קריגס שיף, אויפן נאמען פון קעניג פארוק. אין די יארן צווישן 1949, ביז דער זעקסטאגיקער מלחמה, איז די שייטת נישט געווען צופיל אקטיוו. ביי דער מלחמה ...

                                               

גלעד שליט

גלעד שליט איז א ישראלדיקער סאלדאט וואס איז געכאפט געווארן דורך די פאלעסטינער טערארריסטן פון כאמאס אין דעם כרם שלום געגנט כ"ט סיון התשס"ו. ער איז געװען אן ערב ביי זיי אין דעם עזה פאס 1941 טעג ביז דעם 18טן אקטאבער 2011, ווען מען האט אים באפרייט און צוריקגעשיקט אין ישראל אין א בייט פאר דער באפרייאונג פון 1.027 פאלעסטינעזער ארעסטאנטן, צווישן זיי הונדערטער לעבנס-ארעסטאנטן. צווישן די טעראריסטן געפונען זיך אזעלכע וואס זענען ארכי מערדערס, וואס אסאך יידיש בלוט איז פארגאסן געווארן דורך זיי. ווי אויך זענען דא א צאל פרויען צווישן די באפרייטע ארעסטאנטן וואס זענען אויך טעראריסטן.

                                               

שרונה (מושבה)

שרונה מושבה איז געווען אַ דייַטש טעמפּלער קאָלאָני אין תל אביב, ישראל. עס איז איצט אַ געגנט פון דער שטאָט. עס איז געווען איינער פון די ערליאַסט מאָדערן דאָרף געגרינדעט אין פּאַלעסטינע. מיט די העכערונג פון די נאַציס צו מאַכט אין דייַטשלאַנד איז געווען אַ פאַרגרעסערן אין די נומער פון נאַצי פּאַרטיי מיטגלידער אין פּאַלעסטינע. אין מאַרץ 1933, צוויי צווייגן פון דער נאַצי פארטיי זענען געגרינדעט: אין חיפה און שאַראָנאַ-דזשאַפאַ. מיט די ענאַקמאַנט פון נאַצישע געזעצן אין דייַטשלאַנד קעגן אידישע געשעפט עסטאַבלישמאַנץ, די ייִדיש ייוואוו ימפּאָוזד אַ בויקאַט אויף טעמפּלאַר פּראָדוקטן.

F-16 פייטינג פאלקאן
                                               

F-16 פייטינג פאלקאן

דער F-16 איז א קלאַס פון מיליטערישע עראפלאנען וואס איז פֿאבריצירט געווארן אין אמעריקע אין 1993, און צוליב זיין דערפאלג באניצן זיך 24 לענדער מיט דעם פליגער. ישראל באניצט זיך מיט דעם אלס זייער הויפט לופט-וואפן און ביז היינט פראדוצירט מען נאך נייע F-16. F-16 איז פון דער F קאטעגאריע ד.מ. פייטער.

                                               

מצ"ח

מצ"ח איז אן אפטיילונג אין ישראלדיקער מיליטערישער פאליציי. איר אויפגאבע איז אויספארשן קרימינאלע אקטיוויטעטן, וואס זענען אי לאנד געזעצן, אי מיליטערישע געזעצן, וואס צה"ל זעלנער באגייען. זעט מיליטערישע פאליציי.

                                               

סיירת מטכ"ל

סיירת מטכ"ל איז אן עליטע איינהייט אין צה"ל וואס פירט דורך ספעציעלע אפעראציעס, ווייט אונטער די קוליסן פון די נייעס. פון אירע אקטן איז די ענטעבי אפעראציע, גאר באוויסט. און אטאקעס אין לבנון צו עלימינירן טעראריסטן וואס האבן געשטעלט ישראלדיקע בירגער אין געפאר, און נאך אסאך פילע אקציעס, וואס זענען נאך א געהיימניס ביזן היינטיקן טאג. די איינס איז געווארן אויפגעשטעלט אין יאר 1957. ‏