Back

ⓘ מיניסטארן אין ישראל




                                               

שמעון פרס

שמעון פרס איז געווען דער 9טער פרעזידענט פון מדינת ישראל און דער אכטער פרעמיער מיניסטער אין ישראל און דינט זינט דעם 13טן יוני 2007 ווי דער 9טער פרעזידענט. א וועטעראן לינקער פאליטיקער, ער איז געווען דער עלטסטער פאליטיקער אין ישראל, און האט שוין געדינט אין אלע קאבינעטן אין ישראל מיניסטארים דורכאויס זיין לאנגער אומענדליכער קאריערע. ער איז געווען א ייד א שומר שבת.

                                               

גדעון סער

גדעון סַעַר איז א ישראלישער פאליטיקער, א כנסת דעפוטאט און אנפירער פון דער "נייע האפֿענונג" פארטיי. ער איז אן אדוואקאט, און האט געדינט ווי בילדונגס מיניסטער און אינערן מיניסטער און פלעג זיין א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי.

                                               

שלמה הלל

שלמה הלל איז א ישראלישער פאליטיקער, וועלכער האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פאר מפא"י און א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג.

                                               

העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים

דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ירושלים און איז אין אלגעמיין דער צווייטער יידישער אוניווערסיטעט, געגרינדעט געווארן אין התרע"ח. דער ערשטער איז געווען דער טעכניאן, געגרינדעט אין תרע"ב. אויף זיין גבעת רם קאמפוס געפינט זיך די ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק.

                                               

אריאל שרון

אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן איז געוועזן דער עלפֿטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכודס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005. אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין. אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן התנתקות און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפֿון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.

                                               

ליסטע פון פרעמיער מיניסטארן פון קאנאדע

8) ראבערט לעירד בארדן. 911 – 917. א קאנסערוואטיוו יונאניסט. ער האט געהאט דאס ווייניגסטע ערציאונג פון אלע פרעמיער מיניסטארן אבער איז באצייכנט געווארן אלס קאנאדעס קלוגסטער און מערסט געלערנטער פרעמיער מיניסטער. זיין בילד ליגט אויפן 100 דאלאר ביל. 9) ארטור מעגען. ער איז נאר געווען פרעמיער מיניסטער פאר דריי מאנאטן אין 926. ער איז געווען א מיטגלידער אין ביידע פארטייען. 10) וויליאם ליאן מעקענזי קינג. דער לענגסטער אין אמט, אלעס צוזאמען איבער 21 יאר. ער איז 3 מאל געווען פרעמיער מיניסטער. 21 – 26, 26 - 30, 35 – 48. ער איז געווען פרעמיער מיניסטער ביי די צווייטע וועלט קריג און איז אנגעבליך געווען א שו ...

                                               

אהוד ברק

אהוד ברק איז געווען דער 10טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. די אינטיפאדא און דאס ארויסציען זיך פון לבנון זענען געווען אין זיינע יארן. דערנאך איז ער געווען דער אנפירער פון דער ארבעטער פארטיי, און פארטיידיגונגס מיניסטער אין דער קאליציע פון בנימין נתניהו. אין זיינע יארן ווי פארטיידיקונג מיניסטער האט מען אויסגעפירט די ווארעמער ווינטער אפעראציע, די געגאסענע בליי אפעראציע און די עמוד ענן אפעראציע. ער האט זיך אפגעזאגט פון פאליטיק י"ב כסלו תשע"ג.

                                               

יצחק חיים פרץ

רבי יצחק חיים פרץ איז רב פון רעננה. ער איז א תלמיד פון רבי מאיר חדש פון ישיבת חברון און א מיטגליד פון דער הויפט ראבינאט ראט. ער האט געדינט ווי פארזיצער פון דער ש"ס פארטיי, און ווי כנסת דעפוטאט פאר זיי.

                                               

משה יעלון

משה "בא‏‏גי" יַעֲ‏לוֹ‏ן, מינסטער פון תל"ם איז דער פארטיידיגונגס מיניסטער אין דער רעגירונג פון ישראל און א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי. פריער איז ער געווען וויצע־פרעמיער מיניסטער און דער 17טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.

                                               

אביגדור ליבערמאן

אֲבִיגְדוֹר "איוועט" ליבערמאַן איז א כנסת-דעפּוטאט און א געוועזענער פארטיידיקונגס מיניסטער פון ישראל. ער איז געווען א מיניסטער און א וויצע פּרעמיער-מיניסטער אין דער קאָאליציע-רעגירונג פונעם פרעמיער מיניסטער אהוד אלמערט. ער איז געווען דער הויפט פון דער קאנצעלאריע אין דער פריערדיקער רעגירונג פון בנימין נתניהו. ער פירט אן און האט געגרינדעט די דריטע לויט דער גרייס פארטיי אין דער איצטיקער ישראלדיקער כנסת ישראל ביתינו היינט א טייל פון דער ליכוד-ישראל ביתנו גרופע. ער ווערט פארעכענט פאר א רעכטן פאליטיקער, זייער שארף עקסטרעם קעגן די פאליסטינער אין דעם מיטל מזרח קאנפליקט.‏‏

                                               

יצחק ראבין

יצחק ראַבין איז געווען דער פינפטער פּרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. ער איז דערמארדעט געווארן י"ב חשוון התשנ"ו דורך יגאל עמיר.

                                               

גאלדע מאיר

גאָלדע מאיר איז געווען די פערטע פרעמיער מיניסטארין פון ישראל. געבוירן אין אוקראינע אין 1898, זייענדיק גאר יונג, האט איר פאמיליע עמיגרירט קיין מילוואקי, אמעריקע. ווען זי איז אלט געווען 23, איז זי געקומען וווינען קיין פאלעסטינע, אין קיבוץ מרחביה. זי איז געווען א דיפלאמאט פוו דער יידישער אגענטור, איידער דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, און געווען א ישראל דיפלאמאט אין רוסלאנד נאכדעם האט זי געדינט אלס מיניסטארין אין פארשידענע פאזיציעס. ווען לוי אשכול איז געשטארבן, האט מען זי אויסגעקליבן אלס פרעמיער, און ביי די נאציאנאלע וואלן האט זי געווינען. זי איז געווען פון 1969 ביז נאך דער יום כיפור מלחמה, און א ...

                                               

רפאל איתן

רפאל "ראַפוּל" איתן איז געווען דער 11טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, א כנסת דעפוטאט און מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג. איתנס קאדענץ ווי דער שעף פון גענעראל שטאב איז געווען פינף יאר, דער לענגסטער פון אלע.

                                               

בעני בעגין

זאב בנימין ״בעני״ בעגין איז א געוועזענער מיניסטער און כנסת מיטגליד פון דער ליכוד פארטיי. ער איז א געאָלאָג; אין דער פאַרגאַנגענהייט, איז ער, צווישן אַנדערן, געווען דער הויפּט פון דער געאָלאָגישער אנקעטע פון ​​ישראל

                                               

דוד לוי

דוד לוי איז א ישראלישער פאליטיקער און פובליקער פיגור. ער האט געדינט יארן לאנג ווי א כנסת מיטגליד און אלס מיניסטער אין די מדינת ישראל רעגירונגען. ער איז געווארן באלוינט מיטן ישראל פריז פֿאַר אַ לעבן פּראיעקט פֿאַר 2018.

                                               

יצחק לוי

הרב יצחק לוי איז א ישראלישער פאליטיקער. ער איז געווען דער פארזיצער פון דער מפד״ל פארטיי, וועמען ער האט רעפרעזענטירט ווי א כנסת דעפוטאט און א מיניסטער, דערנאך איז ער געווען א כנסת דעפוטאט פאר דער איחוד לאומי.

                                               

ציפי ליבני

צפורה "ציפּי" מלכה ליבֿני איז געווען די אויסלאנד מיניסטערין אין ישראל און א געוועזענע פארזיצערין פון קדימה פארטיי. פאר דעם איז זי געווען א כנסת דעפוטאטין פון דער ליכוד פארטיי. זי האט אויפגעבויט א פארטיי פאר איר רעגירונג, וואו זי האט געוואלט זיין די פרעמיער מיניסטערין. ביי די וואלן פון 2009, איז די קדימה פארטיי אריינגעקומען מיט די מערסטע שטימען, זייענדיק די גרעסטע פארטיי אין דעם כנסת, אבער זי האט נישט געקאנט צאמשטעלן קיין קאליציע, אויפשצוטעלן א רעגירונג, האט דער פרעזידענט שמעון פערעס, ארויפגעלייגט אויף בנימין נתניהו, דאס פליכט פון אויפשטעלן די נייע רעגירונג. זי איז געווען פארזיצערין פון דער ...

                                               

אברהם בייגה שוחט

אברהם "בייגא" שוחט איז א פאליטיקער אין ישראל וואס האט געדינט צוויי מאל ווי פינאנץ מיניסטער און איז געווען 20 יאר בירגערמייסטער פון ערד. שוחט איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב אין 1936 צו זיין פאטער צבי שוחט, פאָרמאן אין דער סולל בונה קאנסטרוקציע פירמע, און זיין ווייב פערל. קינדווײַז האָט ער געוואוינט תל אביב. ער האט חתונה געהאט מיט טאמא, טאכטער ​​פון לוי אשכול, פרעמיער מיניסטער פון ישראל, פון וועמען ער האט דריי קינדער און איז א זיידע פון ​​7 אייניקלעך. ‏

                                               

סילוואן שלום

סילוואַן שלום איז א ישראלישער פאליטיקער. ער האט געדינט ווי ווייצע פרעמיער מיניסטער, א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג און א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי. שלום איז אַן אַדוואָקאַט. אין דעצעמבער 2015 האט ער פארלאזט דאס פּאָליטישע לעבן.